דער פעסטיוואל פון די יידישע קולטור
דער פעסטיוואל פון די יידישע קולטור וויל פאָרשטעלן דעם ארטיסטישן ליטערארישן און פלאסטישן דערגרייך פון די יידישער גלות, וועלכע האָט געוווינט ביז די צווייטע וועלט מלחמה אויפן שטח פון די פוילישע מדינה ,ווו יידיש איז געווען די טאָג-טעגלעכע שפראך ער שטעלט אויך פאָר דעם דערגרייך פון פילם און פון די מוזיק.
מיר ווילן פאראינטערעסירן דעם אָפנעמער מיט די ספעציפיק פון די יידישע קולטור און שפראך, מיר טוען עס דורכן ווייזן דעם גרויסן באטייט פון דער פארשווונדענער יידישער שפראך.
דער פעסטיוואל באשטייט פון דריי זעלבשטענדיקע טיילן.
אין דער ערשטער טייל פון פעסטיוואל פון פילם-קונסט, שטעלן מיר פאָר יידישע פילמען, סיי מיט קלאנג סיי אָן קלאנג. פאבולערע און דאָקומענטאלע, וועלכע מע האָט געפונען אין פארשידענע ארכיוון אויף דער גאנצער וועלט. מיר פארבעסערן דעם קוואליטעט אויב עס קומט אזא נויט. מיר שרייבן דיאלאָגן, שרייבן צו די דיאלאָגן דאָרט ווו עס פעלן, אָדער מיר בעסערן אויס די וועלכע זענען שוין דאָ.
די פילמען זענען א טייל פון די פוילישע נאציאָנאלע ירושה.
די פילמען ווערן געזאמלט אין ארכיוו פון פונדאציע פון באשיצונג און ירשענען די קולטור פון יידן אין לאָדזש, זי געפינט זיך אין לאָדזש אויף פאָמאָרסקא גאס 18. די פונדאציע באארבעט די פילמען און נאכער נוצט זיי צו בילדן.עס ווענדן זיך צו אונדז פארשידענע קלייסטערס, רעליגיעזע אָרגאניזאציעס, העכערע לערנאנשטאלטן, אָרגאניזאציעס נישט בלויז פון רעגירונג, און אויך מענטשן וועלכע אינטערעסירן זיך מיט די יידישע קולטור. מיר אָרגאניזירן פאר זיי ווייזונגען.
ווייזנדיק דאָס יידישע קינאָ שטעלן מיר פאָר די פארשידנקייט פון טראדיציע, מינהגים און קולטור פון יידן. די פרעזענטירונגען קומען פאָר צוזאמען מיט לעקציעס וועגן ארטיסטישן און קולטורעלן באטייט פון יידישע קינאָ. מיר דערציילן וועגן יידישע צערעמאָניאלן, מיסטיק, טראדיציע, געשיכטע און קולטור. מיר דערקלערן דעם באטייט פון צערעמאָניאלן טראדיציע און פארשידענע אויפפירונגען וועלכע געפינען זיך אין די פילמען. מיר שטעלן פאָר אזעלכע פילמען וועלכע זענען נישט באוווסט אין אונדזער לאנד. די פילמען זענען געמאכט מערסטנס אין פוילן אין אוקראינע, ליטע און אין געוועזענעם זססר און אמעריקע. אויפן ערשטן פעסטיוואל האָבן מיר געוויזן פילמען וועלכע זענען געמאכט געוואָרן אין פוילן. דאָס זענען בילדער וועלכע זענען נישט באקאנט דעם ברייטן עולם. זיי האָבן א גרויסן היסטאָרישן ארטיסטישן און קולטורעלן באטייט.
אונדזער פעסטיוואל צייכנט זיך אויס צווישן אנדערע אזעלכע פעסטיוואלן, וועלכע נעמען אונטער די יידישע פראָבלעמאטיק מיט דאָס, וואָס מיר דערקלערן די יידישע צערעמאָניאלן, טראדיציעס און די מינהגים, וועלכע זענען א באשטייטייל פון דראמאטורגיע פון פילם. א דאנק דעם זענען די דאָזיקע פילמען פארשטענדלעך פאר דעם צוקוקיער.
עם איז א גרויסע פאראינטערעסירונג מיט די ספעציפישקייט פון די יידישע קולטור. ביז איצט האָבן די צוקוקער נישט געהאט קיין מעגלעכקייט באקאנען זיך מיט די רייכע אָפערט פון יידישן קינאָ. אונדזער פעסטיוואל שאפט אזא געלעגנהייט. מיר באגרענעצן זיך נישט נאָר צו פאָרשטעלן דעם פאָפולערן נוסח פון פארשטיין די יידישע קולטור, נאָר מיר דערגרייכן טיפער צו איר אויטענטישע זאמלונגען.
זעלטן פרעזענטירטע ביז היינט פילמען זענען אדרעסירט צו א שמאָלן קרייז אָפנעמער.דאָס זענען פילמען וועלכע זענען געווען צוטריטלעך בלויז אין פוילן, נעמענדיק נישט אין באטראכט דעם רייכן ארכיוואלן אצר פון אינסטיטוטן מיט וועלכע מיר מיטארבעטן.
מיר פלאנירן ארויסגעבן אויפ דווד דיסקן די יידישע פילמען וועלכע זענען ארויסגעגעבן געווען אין פוילן ( ”דיבוק“ 1937, ”פורים-שפילער“ 1937, ” די לוסטיקע אָרעמע-לייט“ 1937, ” יודל שפילט אויפן פידל“ 1936,“ מאמעלע“ 1938, ” היימלאָזע “1939, ” א בריוו צו דער מאמען“ 1939, ” פינף שטעט“ 1938) און מיר גיבן צו אן ארטיסטישע און א קולטור אנאליז פון די דאָזיקע פילמען.
אזא געשעעניש שפילט אן אָנאויפהערדיקע ראָל אין ארבעט כדי צו פארבעסערן די פויליש-יידישע באציונגען.
די צווייטע טייל-פעסטיוואל פון ווערטער קונסט-איז געווידמעט די ליטעראטור געשריבענע איו יידיש. אין צייט פון פעסטיוואל וועלן מיר פרעזענטירן ליטערארישע טעקסטן-דעם וועלט קאנאָן פון די יידישע ליטעראטור, און אויך די קאבארעט שאפונג אין יידיש און פויליש, צווישן זיי אין אויספירונג דורך אן אנסאמבל פון יידישע אקטיאָרן. מיר וועלן אויך רעדן וועגן פילם צופאסונג צו די יידישע ליטעראטור.
די דריטע טייל-דאָס איז דער פעסטיוואל פון פלאסטישן קונסט ” יונג יידיש-אינספיראציע“ דאָס וועט זיין א סקולפטור-קונסט אויסשטעלונג געווידמעט שאפונג פון לאָדזשער, ווארשעווער און ווילנער יידישע אוואנגארדע ארטיסטן, און ארבעט וועלכע איז געשאפן געוואָרן פון באגייסטערונג מיט זייער שאפונג. אויף דער אויפשטעלונג וועלן מיר ווייזן אָפגעזוכטע אין מוזייען און אין די פריוואטע קאָלעקציעס, אומשאצבארע שאפונג פון ארטיסטן וועלכע זענען פארבונדן געווען מיט ווייניק באקאנטע אין פוילן, האָטש האָבנדיקע א גרויסן באטייט אין אנטוויקלונג פון יידישע קונסט, גרופע יונג יידיש.
די גרופע בינדט אָן צו לאָקאלע טראדיציע פון יידישע קולטור פון מיטן-מיזרחדיקע אייראָפע. די שאפונג פון די ארטיסטן וועלכע זענען פארבונדן מיט די גרופע יונג יידיש רופט מען אָן ” דער יידישער עקספרעסיאָניזם“. זיי האָבן געשעפט פראקטיק אויך פון דעמאָלטיקע ארטיסטישע אייראָפעישע געזעלשאפט.
די שאפערס פארבונדענע מיט יונג יידיש האָבן געהאט א ציל שאפן א נאציאָנאלן יידישן סטיל, וועלכער רופט זיך אָפ צום באגייסטערן מיט קונסט פון נאָענטן מיזרח, מיט די טראדיציע און אָרנאמענטאלע קונסט פון בת-הכנסת און צום יידישן פאָלקלאָר. ( דער יידישער פרימיטיוויזם, פארייניקט מיט מעשהדיקע גראָטעסקע און מיט מאָטיוון פון פאָלקלאָר.)
די אויסשטעלונג ” יונג יידיש- אינספיראציע“ וועט זיין די ערשטע אין פוילן געמאכט אויף אזא גרויסן אויפן. עס שטעלט פאָר דעם ארטיסטישן פארמעגן, ווייניק באוווסטע גרופע פלאסטיקער און יידישע ליטעראטן.
מיר וועלן אין צייט פון אויסשטעלונג ווייזן ארום הונדערט קונסט-ווערק, וועלכע וועלן ווערן דאָקומענטירט און באשריבן אין קאטאלאָג פון אויסשטעלונג.
מיר וועלן פאָרשטעלן ארום הונדערט פארשידענע שאפונגען צווישן זיי די ארבעט פון: יאנקל אדלער, מארק שווארץ, הענריק ביעלאווסקי, הענריק בארצינסקי, אידע און ווינצענט בראונער, און פיל אנדערע ארטיסטן וועלכע האָבן געשעפט אינספיראציעס פון שאפונג פון רי גרופע יונג יידיש און פון די יידישע קולטור.
דער אריינגאנג אויפן פעסטיוואל פון די יידישע קולטור איז אומזיסט, מע דארף נישט קויפן קיינע בילעטן, מיר שטעלן זיך נישט אָן אויף פארדינסט.
|